ענגלאנד – העכער דרייסיג מציבות זענען אראפגעווארפן און צעהאקט געווארן אין א אידישן בית החיים אין מאנטשעסטער, ענגלאנד. דער וואנדאליזם האט פאסירט ביים אורמסטאן סעמעטערי, און ווי מען הערט פון לאקאלע אידן, איז דאס בלויז די לעצטע אין א סעריע ענליכע אינצידענטן וואס האבן פאסירט ביים זעלבן בית החיים מיט א מאנאט צוריק, וואו 22 מציבות זענען אומגעווארפן געווארן.
די לאקאלע פאליציי האבן באשטעטיגט אז זיי פארשן די אלע אינצידענטן, און באטראכטן עס אלס האס-פארברעכנס – אבער די וואנדאלן האבן נישט איבערגעלאזט קיין שום צייכענעס אדער אנטיסעמיטישע גראפיטי.