א גערוך פון קנאבל, קומט ארויס פון זיין מויל, עס איז חנוך, וואס זיצט ביי מיר אין אויטא, איך שפיר ווי דער איד דא אין מיין שטח, האלט בפירוש אז העולם נברא בשבילו. נישט אומזיסט וואלט איך גענומען די מינוט אין וועלכע איך האב געמאכט מיין באשלוס, אים מיטצונעמען אויף מיין רייזע, און דאס קאלטבלוטיג פארשאלטן, מיין מח האט געעפנט אלע קוועלער פון חרטה.
איך האף אז מיין מעכאניקער, וועט יא וויסן וויאזוי צוריקצושטעלן מיין אויטא וויאזוי עס איז געווען בעפאר, ווייל איך ווייס נישט! און וואס איך ווייס יא איז, אז איך קען נישט פארן ווייטער מיט מיין באליבטן אויטא, ווען פון איין סידי פלעיער, שפילן געזאנגען און רעדעס פון 5 באזונדערע אלבוימס אויפאיינמאל. די וואליום פון מיין אויטא איז געווען פארדרייט ווי נאך א טארנעידא, פון די רעכטע זייט האבן זיך געהערט הילכיגע זעצערייען, אזש עס האט אויסגעזען ווי דער פויקער וויל מיר אויפרייסן דעם ספיקע”ר, און פונעם לינקן זייט האט מען געהערט די הארמאניעס פונעם קווייער וואס באגלייטן דעם ניגון, דעם זינגער’ס שטימע אליין האט זיך געהערט פון די הינטערשטע חלק פונעם אויטא, אויסזעענדיג ווי דער זינגער זאל זינגען מיט א שמאטע אויפן מויל, פון יענע וועלט.
איך דערמאן זיך ווען חנוך האט מיר געצייגט זיינע קענטעניסן מיט מיין אויטא’ס פארגעשריטענע אפציעס, מיטן פארדרייען דעם ארגינעלן סיסטעם, אזוי אז וואס איך האב פרובירט טון צו ריסעט”ן דעם פראגראם, איז געקומען באגלייט מיט א הילכיגע ווידערשטאנד מיט אויטאמאטישע, מעסעדזשעס, אויפן אויטא’ס סקרין. שווייס האט מיר באדעקט דעם שטערן, ווען צו אלע מיינע צרות, האט זיך דער קאמפליצירטער פראגראם געטוישט צו א עף-עם ראדיא סטאנציע, און שטייענדיג אינמיטן שטאט, מיט א בעל מנגן’טע וואס גארגלט זיך מיר אין די הויכהילכער אויפן העכסטן טאן, האט מיר געברענגט א פרישע דאזע פון פארלוירנקייט, צו מיין באגאזש פון צרות און אומבאקוועמליכקייטן, נאכפאלגנדיג מיין אומבאלימפערטע שריט, פון געבן א היטש פאר חנוך.
אלעס האט זיך אנגעהויבן קוואדער נאך, ווען איך האב באמערקט א שמוציגע קויט שטיין ביים זייט פון שאסיי, (דערמאנונג צו זיך אליינס: פארעכט דעם ארטיקל, ער איז געשטאנען היבש אויפן שאסיי, ווילנדיג צייגן ווי עקסטרעם שטארק ער איז אמביציעז פאר זיין היטש. אקעי, איך וועל עס שוין באלד טון) אינעם קויט איז געווען א פעשער אינגערמאן, א ברייט נעזל מיט א וועלדל פון האר דערינען, זיין גראבע פינגער איז געווען זיין גאנצע האפענונג פאר עפעס א בעל הבית פון א אויטא, רויט אדער בלוי, וואס זאל זיך צו אים אפשטעלן, און שענקען א היטש.
איך האב ביי מיר געטראכט, אז איך האב זיך אויך געפריידט צו באקומען א היטש ווען דאס נעזל האט מיר געהאנגען אין די פראסטיגע טעמפרעטוארן, און מיינע געפילן האבן מאנעוורירט מיינע פיס אפצושטעלן דעם אויטא, אן טראכטן וואספארא אינוועסטמענט איך מאך, און אים אקאמאדירן אין מיין ריין אויסגעפוצטע אויטא.
חנוך האט גראד געוויזן זיין סעלעבראציע פארן היטש, מיט א שטראם פון אייפער, ער האט לויז געמאכט זיין שאל, און אריינגעשאסן דעם שמוציגן ביבער היט אינעם פאדערשטן זיץ. “שכח” האט ער מיר געזאגט מיט א רמז’דיגע סטיל שטימע, ווען זיין געזיכט מאכט א סארט גרימאס, וואס מאכט מיר שפירן אין אזא בחינה ווי “ווער בין איך בכלל?” זיינע בליקן זענען ווילד געלאפן, און מיט די לינקע האנט וואס ווישט אים אפ די שטערן מיט א נעפקין, האט ער מיטן רעכטן האנט געדרוקט דעם קנעפל צו עפענען דעם רעכטן פענסטער. יויש האט ער זיך צעשמייכלט ביים ארויסקוקן, ער האט אויסגעזען ווי ראטשיילד אליינס ביים ארויספארן מיט זיינע עלעגאנטע קארעטע, געשלעפט דורך ווייסע פערד.
אוי, “פארוואס ברענגסטו מיט אזויפיל עסן?” האב איך געוואלט פרעגן חנוך. עס האט אויסגעקוקט ווי ער גרייט זיך פאר א הונגער יאר, זיין אנגעפולטע צעלעכערטע שאפינג בעג, האט אראפגעוואויגן דעם אויטא, איך האב געזאגט תפילת הדרך…
ער האט נאך עטליכע פארלאנגען פון אנשטעלן די היץ, און קעלט לויט זיינע באקוועמליכקייטן, און נאכן אויסלעשן זיין סידי פון נוסחאות לימים נוראים וואס ער האט מיר אנגעצינדן א וויילע בעפאר, האט ער ארויסגענומען זיין פליפ-פאון, בעטערי האט ער אויך נישט מער פארמאגט, קיין פראבלעם, ער קען דאך בארגן מיינע… ער האט געדיילט עפעס א נומער, און נאך צוויי קלונגען האט זיך אנגעהויבן זיין שמועס.
זיין חבר פון די אנדערע ליניע, האט גענומען א שטייפערע שטעלונג, בעת ווען חנוך זעלבסט איז געווען אין א מער ליבעראלע טעריטאריע, ער האט פון זיין פערספעקטיוו אנגעקוקט אלעס מער פאזיטיוו, “לאדעך-אפ, הער מיר צו, ער בויעט נישט קיין וואנט, זיין גאנצע מעיק אמעריקא גרעיטס אגעין, שטעלט זיך בכלל נישט אויפן שכל, אזא שוטה דער טראמפ. דאס ביסל מזל וואס ער האט מיטן ערוויילט ווערן, זיין טאכטער איוואנקעס וואס איז געווארן א בעלת תשובה. בכלל, פוטין ווייסט פיין וואס ער טוט, זאל ער ווייזן פאר רעקס טילערסאנען! און וואס זאגסטו צו דעם מחוצף נתניהו? עס וועט אים, וואס זאגסטו? זיכער איז ער א מחוצף, און דער אבאמא, איז סתם געווען א שוטה, א משוגענער ווי אלע שווארצע, נאכאמזל ער איז שוין אינדרויסן, אזא סקאנדאל, רעקארדירן טראמפ, כ’מיין, כ’בין נישט קיין ראסיסט, אבער דאס איז ער פאקטיש.
ווען נישט ער הייבט אן האבן מענטשליכע געברויכן, און ער בעט מיר זיך צו אפשטעלן אין א גאז סטאנציע, וואלט ער גע’דרשנ’ט פיל לענגער, זיין נאלעדזש איז געווען ווי א שטיקל סיליפוטי, ווי מער מער דער אויפן אנדערן זייט טרייבל האט פון אים געשלעפט, אלס נאך איז געקומען, איך האב אים צוגעטראגן צו א גאז סטאנציע, כ’האב אים געפלאנט איבערצולאזן.
ער איז מיר ארויס פון אויטא, און איך הייב אן טראכטן יא צו נישט אוועקפארן, ווען איך באמערק זיין פולע זעקל מיט סארדינס סענדוויטשעס, וואס ער האט מיר דא איבערגעלאזט צו היטן שומר חינם, עס האט פארמאגט אזא גערוך, אז איך האב געשפירט ווי איך שווים אין א אקוואריום פון פיש קעפ.
ער קומט צוריק אין אויטא, און פאר א וויילע האט ער זיך אפגעגעבן מיטן אריינשטופן זיין מויל אין איינע פון די סענדוויטשעס, פון זיין פיסק איז גערינען קאלסלוי, ווען מיטאמאל דרייט ער אויס זיין קאפ, און הייבט אן אדרעסירן מיינע פריוואטע ענינים, “על פי תורה, דארף די שיעור פיאות זיין פון העכער די סימן, ביז די אויער קנעכל, דער חזון איש האט געהאלטן ביז דא, צייגט ער מיר העכער זיין אויער, וואס האט אויסגעזען ווי אן אייזבארג, איבערגעפולט מיט פאלנדע שניי שטיקער, אבער דו האסט דיין פיאות איז אביסל נאך די שיעור, אבער איך וועל אייך דן זיין לכף זכות האט ער צוגעלייגט מיט א קורני צום מאקסימום שמייכל, “מיסטאם איז דאס געווען א טעות דורכן שערער, זיינע הענט זענען זיך זיכער צעפארן…”
נו, לאמיר זיך באקענען פרעגט ער מיר, וויאזוי הייסטו? וואו ארבעטסטו?
וואס עס האט זיך אפגעטון אין שפיטאל? וואס עס איז געבליבן מיטן אויטא אויפן שאולדער? אוי פרעגט נישט, מ’וועל מיר מוזן צוריקקומען א צווייטע מאל… “עוד חזון למועד” שרייבן אלעמאל די בעסערע שרייבער, כ’האף עס קומט אריין דא…
נו האטס מיר דערווייל א פרייליכן פורים, וואו עס וואונטשן פון שפיטאל, ספעציעל צו אלע אידישער ווינקל מעמבערס: חנוך, און איך…