בּרוקלין בּאָראָ-פּרעזידענט און קאַנדידאַט פאַר ניו יארק סיטי מעיאָר ,דער געטרייער אידן-פריינט עריק עדעמס ,ביים אָפּהאַלטן אַ חנוכה מנורה צערעמאָניע אינאיינעם מיט אידישע עסקנים און כלל טוער פון איבער גרעיטער ניו יארק. ווי מען האָט אויך אָפגעצייכענט דעם יאָרטאָג פון די קדושי דזשערסי סיטי הי”ד, עדעמס וועלכע איז בּאַקאַנט אלס אַן אוהב ישראל, האָט קלאָרגעשטעלט זיין שטייפע שטעלונג אַקעגן אַנטיסעמיטיזם און ווייטערדיגע צוזאַמענאַרבעט מיט די היימישע עסקנים.
ווערט געזעהן אויף די בילדער:
העסקן ר’ משה דוד נידערמאן הי”ו פון UJO, העסקן ר’ אברהם יעקב פריעדמאן הי”ו, ר’ אבי גרינשטיין הי”ו פון BPJCC, אלווען קעס NYPD טשאפלעין, הרב יוסף פאטעזניק FDNY טשאפלעין, ר’ הערש בערקאוויטש MTA טשאפלעין, ר’ יושע מעלמען פון Flatbush JCC, הרב מענדל נירנהאק פון Staten Island JCC, אינספעקטאר ריטשארד טעילאר פון די NYPD Community Affairs.