ראקלענד קאונטי – דאס אידישע מאנסי, און אידן אומעטום, זענען אויפגעשוידערט געווארן נעכטן, ווען מען האט געהערט איבער’ן שרעקליכן עקסידענט וואס האט פאסירט, ווען דאס קליין 1 יעריג מיידל, גיטל ראזענבערג ע”ה, איז טראגיש אומגעקומען, ווערנדיג אראפגעקלאפט דורך א קאר.
דער עקסידענט האט פאסירט פארנט פונעם בית המדרש דחסידי וויזשניץ אין מאנסי, וואו הצלה וואלונטירן זענען אין איילעניש אנגעקומען און אפגעפירט דאס מיידל אין סאפערן שפיטאל, וואו די דאקטוירם האבן ליידער באשטעטיגט אז זי האט אויסגעהויכט איר ריינע נשמה.
דאס מיידל איז א טאכטער פון הרה”ח ר’ לוי יצחק ראזענבערג הי”ו, וועלכער איז אן איידעם ביי הרה”ג ר’ מאיר אייזענבערג שליט”א א דיין אין מאנסי. די טרויעריגע לוי’ איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ”ד צאנז אויף סוזען דרייוו אין מאנסי, מיט די באטייליגונג פון פילע צעשוידערטע אידן.
תנצב”ה, עלי’ השלם כל הקרבנות כולם, ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.