פאליטישע נייעס און ארטיקלען

רוב אמעריקאנער זענען צופרידן פון פרעזידענט טראמפ

וואשינגטאן – א פרישע אנקעטע פון “סי-ען-ען” צייגט, אז א מערהייט אמעריקאנער בירגער, אזויפיל ווי 57 פראצענט, האלטן אז דאס לאנד איז אין א גאר גוטן צושטאנד, און ווען עס קומט צו ספעציפישע אישוס, איז דאס פאלק זייער צופרידן פון פרעזידענט טראמפ. די אנקעטע צייגט אז 40 פראצענט אמעריקאנער האלטן אז טראמפ טוט גוט איבער דער אישו פון אימיגראציע, 42 פראצענט האלטן אז ער טוט גוט איבער אויסערן אנגעלעגנהייטןף און אזויפיל ווי 52 פראצענט האלטן אז ער באהאנדלט גוט די עקאנאמיע – וואס דאס זענען אלעס בעסערע ציפערן ווי אין די ביז-יעצטיגע סי-ען-ען אנקעטעס. ווען מען פרעגט אבער נישט איבער ספעציפישע אישוס, נאר סתם אזוי וואס מענטשן האלטן איבער פרעזידענט טראמפ, זאגן 41 פראצענט אז זיי זענען צופרידן, און 53 פראצענט אז נישט.

 

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.