קאליפארניע – לויט א באריכט אין “מארקעט-וואטש”, האלט די עמעזאן טעכנאלאגיע און אנליין פירמע גאר נאענט צו מאכן א באשלוס, איבער וואו זיי וועלן אוועקשטעלן זייער צווייטן הויפטקווארטיר. עמעזאן האט געלאזט אין גאנג א גרויסן פארמעסט, מיט א פארשפרעכונג אז די סיטי וואס ווערט אויסגעוועלט, וועט אויטאמאטיש צובאקומען ארום פופציג טויזנט דזשאבס, און לויט דעם נייעם באריכט, האט עמעזאן באשלאסן אויסצואוועלן אדער וואשינגטאן די-סי, אדער די שטאט באסטאן, מאסעטשוסעטס. דער באריכט האט אנאליזירט עטליכע פאקטארן וואס עמעזאן האט באטראכט אין לויף פון זייער זוכעניש, און די צוויי פונקטן, אז ס’זאל זיין א גרויסע מעטרא געגנט און אז ס’זאל האבן גוטע אוניווערסיטעטן, ברענגען אז באסטאן און וואשינגטאן די-סי זאלן ארויסשטארן איבער אלע אנדערע סיטיס.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
איינמאל פאר אלעמאל: וואס הייסט חילול השם?
די גרעסטע פליגער הייבט זיך דאס ערשטער מאל
א’ תזריע ע”ט – פארוואס שרייסטו...
עקסידענט מיט טראק וואס דעליווערט ביר,
האדמו”ר ממונקאטש שליט”א ביים ציון פון דער...
גרויס איז קליין און קליין איז גרויס, הר”ר אברהם...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.