אידישע נייעס

שאק ביים געפונען א צאל האקנקרייצן און אנטיסעמיטישע אטאקעס, אין א שפיל פלאץ אין לאוואל

לאוואל, קוויבעק – ווי עסקנים געבן איבער צו “אידישער ווינקל,” איז מען שאקירט געווארן ביים טרעפן גאר נידריגע און אטאקירנדע גראפיטי, אין א פארק אין לאוואל.

לאוואל איז א פראנצויזיש באוואוינטע געגנט, 20 מינוט אוועק פון מאנטרעאל.

“קארי פליישער”, א אידישער אקטיוויסט וועלכע פארנעמט זיך צו אפרייניגן אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע גראפיטי אין גאנץ קאנאדע, איז געווארן אראפגערופן צו די שאקירנדע סצענע ווי מען האט אנטדעקט די פולע האקנקרייצן, אויפשריפטן, בילדער מיט מגן דוד סימבאלן מיט א “עקס” בוכשטאב דערויף, און ריזיגע ציפערן פון די יאר וואס היטלער ימח שמו האט דורכגעפירט די קאנפרענץ אז מען גייט אומברענגען אידן.

פליישער האט ארויסגעשטעלט א ווידעא ווי ער ווייזט די סצענע, און פארדאמט פארוואס די רעגירונג איגנארירט עס.

זעט די ווידעא דא 

איינע פון די אנגעפירקעלטע געביידעס

 

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.