באסטאן – א מערהייט אמעריקאנער בירגער ווייסן נישט אז ס’איז דא אן ערנסטע מאנגל אין מעדיצינען צו באהאנדלען די ביטערע מחלה ל”ע. די קענסער אינסטיטוט אין באסטאן האט דורכגעפירט אן אויספרעג אויף אפאר הונדערט מענטשן, און עס האט געצייגט אז בלויז זעכצן פראצענט פון זיי האבן געוואוסט אז ס’איז דא א מאנגל אין די לעבנס-וויכטיגע אנקאלעדזשי מעדיצינען, און צווישן אזעלכע וואס האבן שוין אליינס געליטן פון דער ביטערער מחלה, האבן אויך נאר 31 פראצענט געוואוסט דערפון.
דאס איז א קריטיש-וויכטיגע זאך, וויבאלד דער מאנגל אין עכט-גוטע אנקאלעדזשי מעדיצינען, ברענגט אז זייער אסאך פאציענטן באקומען מעדיצין וואס איז ווייניגער אפעקטיוו אדער קומט מיט מער נעגאטיווע סייד-אפעקטס. אויב מער מענטשן וועלן וויסן פונעם מאנגל, וועלן זיי בעסער אנפרעגן בעפאר’ן אקצעפטירן באהאנדלונג, צו פארזיכערן אז זיי באקומען דאס בעסטע.